The complete works of H. Leivick
ערגעץ ווייט
הינטערן שלאָף
...
דעם אָנדענק
פון מײַנע טאַטע־מאַמע
שמואל און חסיה
ערגעץ ווייט, ערגעץ ווייט
אין אַ שטיבל
אַ שטיבל אַ קלײנס און אַ נידעריקס
אין דער נאַכט אין מיטן
טוט אים קײנער וויגן —
ווײנט דאָס קינד און שרעקט זיך
דער בײזער טאַטע
קינדער טומלען
זאָג איך: טאַטע, איך וועל שטאַרבן.
מער וועסטו שוין מיך נישט שלאָגן.
אַזוי פֿיל גליק
אויף אַ האַרץ — אַ ציטער,
און יעדער אין פֿרײד פֿון דערשטוינונג
אין ציטער באַנומען.
וועט קוים נאָר אַ זאָג טאָן: אָ זעט נאָר —
און ניט געוואוסט: ביסט יעדן טאָג
געגאַנגען פֿאַרבײַ זײ,
זיך אײַנגעהערט צו יעדנס וואָרט,
אַ שטיקל פּאַפּיר
מיר וועלן זיך קײנמאָל ניט זען מער,
פֿאַרלעשט אַלע פֿײַערן
פֿאַרלעשט אַלע פֿײַערן, פֿינצטער זאָל זײַן
דורך דעם האַלב-פֿאַרמאַכטן פֿענצטער
קוקט אַרײַן
ווײַס און רויט דער מאָרגנשטערן,
עס האָט דאָס קינד געוויינט, געוויינט — ביז וואַנען
איז שטום געבליבן ליגן.
די מאַמע האָט געהערט דעם קינדס געוויינען
קײנער וועט ניט קומען
האָב איך ניס געקויפֿט?
פֿאַר וועלכן גאַסט?
בין איך דען געגאַנגען קויפֿן ניס?
אַ פֿראָסטיקער ווינט
אַ קאַלטער, אַ פֿראָסטיקער ווינט האָט געבלאָזן,
— ביסטו דאָס אָט דער, וואָס דאַרף קומען
אונדז ברענגען דערפֿרײַאונג און טרײסט?
צוגעוואַקסן צו דער ערד
ווי מײַן האַרץ צום טרויער.
דרייט זיך אײנער אָרום מיר,
וועט באַלד דאָך אינגאַנצן שוין אָנהייבן טאָגן.
איך וועל שוין מײַן דרימל אַזוי איבערטראָגן.
הינטערן שלאָס
די שויבן פֿאַרמויערט
וועכטער
וועכטער, גיי און לייג זיך שלאָפֿן,
די נאַרע איז קורץ
די נאַרע איז קורץ,
שוין נאַכט. ניט מײַן דאגה. איך קער ניט דעם קאָפּ
און וויל ניט די אויגן פֿאַרשליסן:
מײַן שכן — ער שלאָפֿט זיך, די ברעמען אַראָפּ,